Vi använder cookies för att webbplatsen ska fungera på ett bra sätt för dig.
Genom att surfa vidare godkänner du att vi använder cookies. Vad är cookies?

Jiddisch/וועגן דער ראַיאָן-ביבליִאָטעק

Kontaktperson

,
Telefon:
E-post:

די ראַיאָן-ביבליאָטעק און די קאָמונאַלע פֿאָלקסביבליאָטעקן אַרבעטן אין איינעם פֿאַר אַ פּראָפֿעציאָנעלער ביבליאָטעק-אַנטוויקלונג און אַנטוויקלונג פֿון קאַמוניקאַציע-מעטאָדן און וועב-רעסורסן. מיר זײַנען דער מיטל-פּונקט און פֿאַרייניקטער קראַפֿט פֿון פּראָיעקטן, קאָאָפּעראַציעס און סאָציאַלע נעצן.

 

 

Norrbottens länsbibliotek

 די ראַיאָן-ביבליִאָטעק און די פֿאָלקסביבליאָטעקן אַרבעטן אין איינעם פֿאַר אַ פּראָפֿעציאָנעלער ביבליאָטעק-אַנטוויקלונג. מיר זײַנען דער מיטל-פּונקט און פֿאַרייניקטער קראַפֿט פֿון פּראָיעקטן, קאָאָפּעראַציעס און סאָציאַלע נעצן. מיר שטיצן און עצהן דעם פּערסאָנאַל פֿון די ביבליאָטעקן אינעם ראַיאָן און מיר אַראַנזשירן באַגעגענישן און בילדונגען.

די וויזיע פֿון ביבליאָטעק-קאָאָפּעראַציע אינעם ראַיאָן:
די ביבליאָטעקן אין נאָרבאָטן זײַנען אַ נאַטירלעכער טײל פֿונעם טאָג-טעגלעכן לעבן פֿון יעדער איינער. אַזוי באַשטײַערן מיר זיך מיט מאַכן נאָרבאטן אַ בעסערן וווינאָרט.

די ראַיאָן-ביבליאָטעק אַרבעט כּדי די אײַנוווינערס פֿון נאָרבאָטן זאָלן האָבן צוטריט צו אַ כּלערלײיִקן, קוואַליטאַטיוון און אַקטועלן אָפּקלײַב פון ליטעראַטור, מעדיע און באַדינונגען.

די באַטייליקונג פֿון קינדער און יונגוואַרג, קאָמוניקאַציע און אינטערנעץ-רעסורסן, און ליטעראַטור פֿון נאָרבאָטן זײַנען פּריאָריטעטן פֿון אונדזער שליחות. די ראַיאָנ-ביבליאָטעק זאָל אויך – צוזאַמען מיט די קאָמונעס און דער

קיניגלעכער ביבליאָטעק – נאָכגײן די ביבליאָטעק-פּלענער פֿונעם ראַיאָן.

 

Bibblo.se

עס איז דאָ אַ געמײנזאַם וועבזײַטל פֿון די ביבליאָטעקן אין נאָרבאָטן. מע רופֿט עס Bibblo.se.

מיט אײַער ביבליאָטעק-קאַרטל און פּאַראָל קענט איר ווען נאָר איר ווילט באַזוכן די ביבליאָטעקן אָנלײַן כּדי צו צוהערן אַודיאָ-ביכער, באַשטעלן ביכער און פֿאַרלענגערן אַן אַנטלײַ און לײענען עלעקטראָנישע ביכער אויפֿן קאָמפּיוטער. מע קען אַוודאי פֿארנעמען זיך מיט אַ סך פֿאַרשײדענע סאַכן אפֿילו אָן אַ קאַרטל, למשל מיט זוכן נאָך ביכער, פֿילמען און מוזיק. איר וועט אויף זיכער הנאה האָבן פֿונעם וועבזײַטל!

קאָנטאַקט: מאַריִאַ אָמאַן, בליצפּאָסט: maria.e.oman@nll.se, הויפּטרעדאַקטאָר פֿאַר Bibblo.se און קאָנסולטאַנט אויף דער ראַיאָן-ביביאָטעק אין נאָרבאָטן.

 

 Polarbibblo

Polarbibblo.se

פּאָלאַרביבלאָ איז לאַנצירט געוואָרן 1997 און איז געפֿירט פֿון דער ראַיאָן-ביבליאָטעק אין נאָרבאָטן. עס איז הײַנט אַן אַקטיוו וועבזײַטל וווּ קינדער קענען פּובליקירן זײערע טעקסטן.

די באַניצערס קענען אַרײַנשיקן טעקסטן און צײכענונגען אָדער שאַפֿן אונדזערע ספּעציעלע וועב-בילדערביכער. אַ רעדאַקציע וועט אַלע מאָל באַאַרבעטן דעם אַרײַנגעשיקטן מאַטעריאַל. אָפּט מאָל אַרבעט די רעדאַקציע צוזאַמען מיטן אָפּשיקער. די אידײע איז אַוודאי אַז די אינטעראַקטיוויטעט וועט הילפֿן קינדער שרײַבן און לײענען און דערמיט מאַכן דאָס וועבזײַטל לעבעדיק און בײַטעוודיק.

זינט 2010 פֿירט מען דאָס וועבזײַטל צוזאַמען מיט די ביבליאָטעקן אין נאָרבאָטן. די רעדאַקציע באַשטייט פֿון פּערסאָנאַל פֿון אי די פֿאָלקסביבליאָטעקן אי דער ראַיאָן-ביבליאָטעק. צוזאַמען מיט די פֿאָלקסביבליאָטעקן אַראנזשירט מען אויך די פּאָפּולערע יערלעכע געשעעניש קינדערביכער-וואָכן.

דערצו באַטײליקן זיך אַלע קינדער וועלכע האָבן עפּעס אַרײַנגעשיקט – און ווילן באַטייליקן זיך – אין אַ חודשלעכער לאָטעריע וווּ זיי קענען אויסקלײַבן פֿאַרשיידענע ביכער.

 

Norrbottensforfattare.se

דאָ שטעלן מיר דעם שרײַבער און די שריפֿטן פֿאָר. איר קענט אויך לײענען אויסצוגן פֿון אַ פּאָר ביכער. און אויך אַ ביסל טשיקאַווע אלגעמײנע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם שרײַבער.

ַ נאָרבאָטנישער שרײַבער הײסט עמעצער וואָס איז אָדער געבוירן געוואָרן דאָ אין נאָרבאָטן אָדער עמעצער וואָס האָט שוין לאַנג געװוינט דאָ. אָבער, זײערע ווערק דאַרפֿן ניט האָבן עפּעס צו טאָן מיט נאָרבאָטן.

2005 האָבן מיר פּובליקירט די ערשטע פּאָרטרעטן און די קאָלעקציע ווערט גרעסער יעדער יאָר.

קאָנטאַקט: מאַריִאַ אָמאַן, בליצפּאָסט: maria.e.oman@nll.se , קאָנסולטאַנט אויף דער ראַיאָן-ביבליאָטעק אין נאָרבאָטן.

 

די ביבליאָטעקן אין נאָרבאָטן

"איין ביבליאָטעק 2013" איז געווען אַ קאָאָפּעראַציע צווישן די ראַיאָן-ביבליאָטעק און די פֿאָלקסביבליאָטעקן אין נאָרבאָטן. די ציל פֿונעם פֹראָיעקט איז געווען צו פֿאַרגרעסערן דעם צוטריט צו ביכער און אַודיאָ-ביכער און אויך צו שאַפֿן אַ געמײנזאַמען דיגיטאַלן דאַטן-סיסטעם, קאַטאַלאָג, און צו קאָאָרדינירן בוך-טראַנספּאָרטן. אַלצדינג איז געווען פֿאַרטיק אין יאַנואַר 2013.

די ביבליאָטעקן אין נאָרבאָטן האָבן אזוי צוזאַמען געשאַפֿן אַ סטרוקטור װאָס מאַכט עס גרינג צו ניצן די ביבליאָטעקן. אַ געמײנזאַמער דאַטן-סיסטעם און קאַטאַלאָג הײסט אַ גרויסן צושטעל פֿון ביכער, אַודיאָ-ביכער און אַנדערע מעדיעס פֿאַר די אײַנװוינערס אין נאָרבאָטן. די קאָאָרדינירטע בוך-טראַנספּאָרטן מאַכט עס מיגלעך פֿאַר די אײַנוווינערס צו קריקגעבן ביכער צו וואָסער ביבליאָטעק עס זאָל ניט זײַן אין דעם ראַיאָן.

מע האָט די אַרבעט דורכגעפֿירט אינעם פּראָיעקט "איין ביבליאָטעק 2013" אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער ראַיאָן-ביבליאָטעק.

 

 

29 oktober 2015
Kommentera sidan

Kommentera innehållet på sidan

Här kan du skicka in synpunkter eller kommentera innehållet på den aktuella webbsidan.
Det du skriver här skickas till Region Norrbottens webbredaktion.

Om du behöver kontakta vården ska du inte använda detta formulär. Ange inte några personuppgifter här.

Kontakta istället din hälsocentral eller vårdenhet via telefon eller genom att logga in på 1177 Vårdguidens e-tjänster.

* = Obligatorisk uppgift

    • Bild för användarverifiering